0

Your Cart is Empty

M. Safra

Mitgelebt - Kerias Yam Suf

  |  

די געשיכטע פון קריעת ים סוף מיטגעלעבט

דער ביכל איז א המשך פון "מיטגעלעבט" אויף סיפור יציאת מצרים. צו מיטלעבן און מיטפילן אין אונזער דור די וואונדערליכע ניסים וואס זענען געשען מיט אונזערע עלטערן ביים ים סוף. אבער ס'איז וויכטיג צו געדענקען: מען רעדט אויסדריקליך נישט פון די אמת'ע סיפור קריעת ים סוף! מ'רעדט פון א פאנטאזירטע מעשה! אין די צייט פון קריעת ים סוף איז פארשטייט זיך נישט געווען קיין קארס, און אויך האט מען נישט געפירט קיין מלחמות מיט קיין טאנקען און פליגערס, דעריבער קענען מיר זיך נישט ריכטיג פארשטעלן וויאזוי ס'האט באמת אויסגעקוקט... די פאלגנדע ערציילונג, פרובירט צו פארשטעלן אויף א פאנטאזירטן וועג, וויאזוי ס'וואלט ווען אויסגעזען קריעת ים סוף מיט אלע וואונדערליכע ניסים וואס זענען געשען דארט – אויב ס'וואלט יעצט פארגעקומען, אין אונזער היינטיגע וועלט! די וועלט איז אזויפיל אנדערש געווארן דורכאויס די טויזנטער יאר פון יציאת מצרים ביז אונזערע צייטן, און צוליב דעם איז אזוי שווער צו פארשטיין היינטיגע צייטן און שפירן די פאקטן וואס ס'האט זיך דארט אפגעשפילט. דעריבער ווערט דערציילט אין דעם ביכל די אלע ניסים לויט די היינטיגע וועלט. עס איז דאן געווען פונקט אזוי וואונדערליך צו טרעפן א מילגרוים צו עסן אינמיטן ים, פונקט ווי עס וואלט היינט פאסירט אז מען וואלט געטראפן א געז סטאנציע אינמיטן דעם אטלאנטיק... איר זענט געלאדנט מיטצוקומען מיט די אידן וואס גייען אריבער דעם ים אין די טריקעניש, צו באאיינדרוקט ווערן פון די וואונדערליכע אויסערגעווענליכע ניסים וואס באגלייטן זיי!

Customer Reviews

Based on 0 reviews
5 Star
0% 
0
4 Star
0% 
0
3 Star
0% 
0
2 Star
0% 
0
1 Star
0% 
0
Write a Review Ask a Question
  • Reviews (0)
  • Questions (0)

Thank you for submitting a review!

Your input is very much appreciated. Share them with your friends so they can enjoy it too!

Subscribe