0

Your Cart is Empty

Sruly Lipschitz, Shira Choir & Mendy Hershkowitz – Galgal Hachoizer

June 19, 2017

At a recent upscale event, the new uprising star from Israel Sruly Lipshitz performed on stage with Mendy Hershkowitz and The Shira choir this beautiful yiddish song ‘Galgal Hachoizer‘ originally composed by Lipa Schmeltzer on Keneinehora album.

Song: Galgal Hachoizer
Composer: Lipa Schmeltzer
Performed by: Sruly Lipschitz
Choir: The Shira Choir
Arr. & Directed: Mendy Hershkowitz
Mix & Master: Chaim Gottesman
A Quality Entertainment Production

Lyrics

א פאלק אויף א מלחמה גרייט זיך
מ׳מיינט די שטערקסטע גוי איז ער
א דורכפאל ווען צייטן עס בייט זיך
כגלגל החוזר

איינער מיט׳ן צווייטן רייצט זיך
אמעריקע פראנצויזער
פלוצלינג אזא נאנטשאפט באנייט זיך
כגלגל החוזר

אין טיילאנד אויף וואקאציע ער גייט זיך
אויסגערוט דארט אוי איז ער
פלוצלינג וואסער אלעס פארשפרייט זיך
כגלגל החוזר

די רעדל עס שטעלט נישט אפ
עס דרייט זיך ארויף און אראפ
פון אויבן עס גיט איהם
דער משנה עתים
וואס האט פאסירט מיט איהם
אראפ מיט׳ן פיטום
כגלגל החוזר

ביי איינעם עס האלט זיך לאנג
א צווייטער א דורכגאנג
מ’פרעגט נישט קיין שאלות
וואס דער מצב דערוויל איז
נאר בעטן אויף אלעס
ווייל דארט אויבן די קוואל איז
ימלא משאלות
כגלגל החוזר

דער וועלט איז ווי א רעדל וואס דרייט זיך
עס פירט עס דער מלך עוזר
נעכטן טרויעריג היינט אזוי פרייט זיך
כגלגל החוזר
ביים ארעמאן אן ארעמקייט שפרייט זיך
א לא יצלח א בלויזער
ווען פלוצלינג זיין עניות צוגייט זיך
כגלגל החוזר

ביי מזרח וואנט דער שיינע איד שטייט זיך
צופרידן שטארק אזוי איז ער
אלעס ביז מיט ווייטאג ער שיידט זיך
כגלגל החוזר

מקימי מעפר דל
דער מנהיג אונז העלפן זאל
איי טאטע געטרייען
דעם יודל דערפרייען
און ווער עס האט ווייען
דעם רעדל צוריקדרייען
כגלגל החוזר

מאשפות ירים אביון
אונז אלע דערהייב אונז שוין
עפן שערים
פאר אלע חדרים
זקנים ונערים
פארמעגליך און ארעם
מאשפות ירים
כגלגל החוזר

איי טאטע געטרייען
הער די געשרייען
דעם יודל דערפרייען
און ווער עס האט ווייען
דעם רעדל צוריקדרייען
כגלגל החוזר


Leave a comment

Comments will be approved before showing up.

Subscribe