0

Your Cart is Empty

New

Lchaim

A Masseh Mit A Nigun

6   |  
Story time! As Chanukah is around the corner, we’re super excited to present to you the new “A Maaseh Mit A Niggun” Double CD! This is a Brand New concept in the world of Heimish Jewish music & kids entertainment, featuring 2 stories amazingly presented by the world renowned storyteller R’ Matis Green from Antwerp, as well as beautifully arranged songs with a full musical production and the Yiddish Nachas boys choir & solos, sure to keep your kids (and yourself) entertained for hours...even days!

 

נייע סידי ״א מעשה מיט א ניגון״

די סידי מיט׳ן נאמען ״א מעשה מיט א ניגון״, איז כשמו כן הוא, א מעשה מיט א ניגון האט אין זיך א דאפלטע באדייט, סיי דער סידי פארמאגט אין זיך הערליכע מעשיות און גאר געשמאקע הארציגע ניגונים, ווי אויך זענען דאס "מעשיות" וואס האט פאסירט מיט א ניגון

אויף דעם סידי זענען פארהאנען צוויי גאר הייליגע ניגונים וואס זענען מיוחס צו גרויסע צדיקים, קדושי עליון וואס די ניגונים פארמאגן הונטער זיך גאר דראמאטישע ערציילונגען וואס האבן פאסירט אין צוזאמענהאנג מיט אט די ניגונים.

די מעשיות אויף די סעריע ווערן דראמאטיש אין לעבעדיג פארציילט דורך די וועלט בארימטע, טאלאנפולע בעל מספר הרב מתתי׳ גרין שליט״א וועלכע טוט מיט זיין ג-ט געבענטשטן טאלאנט אראפשפילן פארשידענע כאראקטערס און פיגורן, יעדע איינע מיט אנדערע קולות, וואס ער טוט דאס אליינס באווייזן אין ער טוט דראמאטיזירן די מעשה לויט די געשעענישן

די חלק הניגונים און מוזיק ווי אויך די ארענזשמענטס אין קינדער קווייער ווערן געמאכט, רעקארדירט און באארבעט דורכ׳ן אלעמען באקאנטן, וועלט בארימטן פאכמאן ר׳ משה קרויס ני״ו פון MK Studios וואס איז שוין באקאנט צענדליגע יארן ביי כלל ישראל צו זיין די נומבער איינס ווען ס׳קומט צו היימישע, חסיד'ישע מוזיק.

אין דאס איז בלויז די ערשטע פון א סעריע. פון דעם נייען פראדוקציע "הערט און זינגט", וואס איז א נייע געדאנק אריינצוברענגען היימישע און הערליכע אונטערהאלטונג פאר קינדער פון חסיד'ישע שטיבער, וואו די צוהערער וועלן האבן דעם תענוג פון "הערן" מעשיות וואס איז פארבינדן מיט "זינגען", דערציילט דורכ'ן בארימטן בעל מספר ר' מתתי' גרין הי"ו, און אראנדזשירט און באגלייט דורך דעם מייסטער אין עולם הנגינה ר' משה קרויס הי"ו

מיר האפן אי"ה ארויסצוקומען אינעם צוקונפט מיט נאך אזעלכע אלבומס צו די הנאה פון כלל ישראל ובפרט פון די תינוקות של בית רבן.
!הערט, זינגט און האט הנאה

 
download ⤵
 
 

Sample Tracks

Customer Reviews

Based on 6 reviews
5 Star
100% 
6
4 Star
0% 
0
3 Star
0% 
0
2 Star
0% 
0
1 Star
0% 
0
Write a Review Ask a Question
  • Reviews
  • Questions

Thank you for submitting a review!

Your input is very much appreciated. Share it with your friends so they can enjoy it too!

הא
12/25/2018
הערט אין זינגט

ענפערס

בנוגע פארשידענע שאלות וואס מיר זענען אנגעפרעגט געווארן דורך מענטשן.בקשר מיטן סידי וואס ענטהאלט דער סידי? ערציילונגען איבער א ניגון, דראמאטיש אראפגעשפילט לעבעדיג און מייסטערהאפט - פראפעשענאל מיט מוזיק אין אנדערע ווערטער: דאס איז א "מעשה-סידי" - איבער א ניגון צומאל וויאזוי דער ניגון איז געשאפן געווארן, די אומשטענדן ארום, צומאל וואס דער ניגון האט צוגעברענגט, אדער געראטעוועט, צומאל א ספעציעלע אינטערעסאנטע געלעגנהייט וויאזוי דער ניגון איז געזינגען געווארן און אויפגעברענגט א מעשה. וכדו' וכדו'. דער יעצטיגער סידי ענטהאלט 2 מעשיות: 1) סיפור הצלת בית סקולען - מיט דעם ניגון "יוודע בגויים". 2) ניגון 'שבת שלום' פון נאדווארנע - ווי א קינד איבערגעלאזט ביים קריג ביי גויאישע שכנים און כמעט פארפאלן געגאנגען, האט זיך צוריקגעכאפט צום יידישן שורש דורך אט דעם ניגון וועלכער ער האט געהערט אין זיינע פריע קינדער יארן ביים הייליגן צדיק ר' חיים מרדכי מנאדבורנא זצ"ל פאר וועלכע עלטער איז דאס געאייגנט? א געווענליכע געזעסענע קינד פון 6 און א האלב יאר דארף דאס פארשטיין און גוט ענזשויען. עס איז אפשר אביסל שרעקעדיג פאר אביסל יונגער. ביז וועלכע עלטער? האט נישט קיין שיעור. איינע פון די מערקווירדיגע פיד-בעק וואס מיר באקומען צוריק, ווי עס לאזן אריין מעסעזשעס ערוואקסענע, און אפילו עלטערע אידן, אז עס איז מורא'דיג אינטערעסאנט פאר זיי אויך. בפרט דער סיפור פון הצלת בית סקולען. און בכללות ברענגט עס אריין א ערנסטקייט אין אידישע ניגונים פאר סיי וועלכע הערות, פראגן, פארשלאגן, פילט פריי צו רופן 458-6686(845)

בו
12/17/2018
ברוך ווידער

''מייסטערהאפטיג''

מיינע קינדער זענען געזיצן צוגעשמידט ממש!! עס איז דראמאטיש, שפאנענד און ועל כולם תוכנדיג אין ערנסט. אפילו פאר ערוואקסענע איז עס העכסט אינטרעסאנט

מ
11/29/2018
מענדי

א הערליכע ארבייט

געקויפט, דעם סידי א הערליכע ארבייט, פראפעסיאנאל און דראמאטיש אראפגעלייגט. פלאי פלאות באמת באמת זעהר תוכןדיג יודשלעך געשמאק, איינגענעם

H
11/27/2018
hershy

'WOW'

I listened to the Cd, I have only 1 word 'WOW'

H
11/27/2018
hershy

'WOW'

I listened to the Cd, I have only 1 word 'WOW'

Subscribe