Motty Ilowitz - Hasugos

Sale price $24.99 USD
8 reviews

USB Stick
Sampler
:
:
Click to see song lyrics

ויאמר משה אל אהרן קרב

אל המזבח, קום צו גיין

אהרן שעמט זיך, כבוד נישט איך דארף

איך בין דאך איינפאך, פשוט קליין

מיין יעדע פעולה

איז אויף א וועג א שטילע

איך זוך נישט קיין גדולה

קיין כבוד קיין רכוש

דאס ליבט דער קל שדי

און דיר איז ער מזכה

דו ביסט די גרעסטע טאקע

ווייל דו זוכסט עס נישט

לכך לכך לכך

דיין פשוטע שפראך

לכך לכך לכך

דו זוכסט נישט קיין שבח

לכך, נאר לכך

ביסט איידל און איינפאך

לכך לכך לכך, נבחרת

לכך לכך לכך

דו רעדסט נישט קיין סאך

לכך לכך לכך

דו מיינסט אז דו ביסט שוואך

לכך, נאר לכך

דיר איז וועם איך גלייך

לכך לכך לכך, נבחרת

לאמיר הערן וואס שטייט און פסוק

ויאמר משה אל אהרן קרב

למה אתה בוש

קום צו גיין

די נענסטע מענטשן וואס דער בורא דארף

מאכן קיין גערויש, נאר זענען קליין

די פאזיציע אנטראג-עס

פאר אידן מיט הנהגות

מיט גרויסע השגות

וואס קיינער ווייסט פון דעם

די מענטשעלעך די קליינע

מיט הערצער, מוחות ריינע

די גרעסטע שעצונג מיינע

האב איך דייקא פאר אים

לכך לכך לכך

דיין פשוטע שפראך

לכך לכך לכך

דו זוכסט נישט קיין שבח

לכך, נאר לכך

ביסט איידל און איינפאך

לכך לכך לכך, נבחרת

לכך לכך לכך

מיין טיר איך אויפמאך

לכך לכך לכך

דו ביסט הייליג און רייך

לכך, נאר לכך

דאס איז די אורזאך

לכך לכך לכך,נבחרת

דער הייליגער דגל זאגט נאך פונעם בע"ש, זיין סבא קדישא

לכך נבחרת מפני שיש לך יראה ובושה

דער הייליגער שפת אמת זאגט אט די זעלבע המצאה

דו קוקסט אויס, אין דיינע אויגן, כמי שאינו ראוי

געדענק, לפיכך נבחרת, טאקע לכך

הקב"ה אוהב את הענוים והשפלים ברוח

לכך לכך לכך

געדענק איין זאך

לכך לכך לכך

דו האסט קיין פארגלייך

לכך לכך לכך

ביסט ראוי צו דעם פאך

לכך לכך לכך, נבחרת

לכך לכך לכך

קום ארויף צום אויבערפלאך

לכך לכך לכך

ביסט הויעך ביזן דאך

לכך לכך לכך

גיי אן און דערגרייך

לכך לכך לכך, נבחרת

1 - Lekach (04:26)
:
:
Click to see song lyrics

ר' יעקל סאמעט

א מלמד

מחנך תלמידים אין קלאס

חזר'ן און טייטלען

נישט בטל'ען

א רגע, חלילה וחס

דערפאר איז א וואונדער

ביי די קינדער

אז דער רבי גייט ארויס אין האל

בלייבט שטיין ביים שוועל

ער הייבט אויף זיין סעל

און מאכט גאר א טעלעפאן קאל

דער מנהל ער זעט אים

און בעט אים

דו ביסט שוין דא דרייסיג יאר

און לויט ווי איך קען דיר

ס'ברענט דיר

ביטול תורה אפילו א האר

פרעגן איך מו-דיך

א שידוך

צו חלילה איז איינער אוועק

וואס איז דער באדייט

צי איז אלעס אל-רייט

ווייל דו קוקסט אויס בלאס פון שרעק

מיט א רואיגן שמייכל ער מאכט עס אוועק מיט דער האנט

ס'איז מאנטאג פאר פסח, און איך האב מיך פלוצלינג דערמאנט

אז אין שטוב אנגעזאגט האט מען מיר

צוריק מיט אפאר טעג פריער

אז מאנטאג פאר פסח ווארפט מען די אלטע שטאפיר

שוין דרייסיג יאר איך שפאר אפ געלט אין דער זייט

שווערע אלפים עס ליגט אין אן אלטן כאלאט

און קיינער פון דעם האט געוואוסט

אהיימקלינגען האב איך געמוזט

כאטש ביטול תורה האט מיר בכלל נישט געגליסט (ניין ניין ניין)

איך האב געבעטן אז מ'זאל דעם כאלאט'ל נישט ווארפן אין מיסט

אהא! זאגט דער מנהל

ס'איז א יוצא מן הכלל

ביטול תורה איז נישט חל

ווייל איר ראטעוועט דעם פאל

א פארמעגן אבנארמאל

ר' יעקל מיט א שטראל

ענטפערט מיט מאראל

איך ראטעווע נישט, ווייל

די כאלאט מיט די מאטריאל

ליגט שוין לאנג אין אפפאל

אין א טרעקל ווייטע מייל

איך האב גערופן צי שפעט, פערצופאל

אבער זייט מיר מוחל מנהל

יעצט איז שוין טאקע ביטול תורה

איך דארף צוריקגיין אין קלאס

דער מנהל דערהייבט-נישט

און גלייבט נישט

עפעס איז דא קאפויע

האסט פארלוירן, ר' יעקל

יעדן שקל

און גייסט ווייטער כאילו לא היה

ר' יעקל אפוואשט-עס

מיט פשטות

איך בין בכלל נישט קיין העלד

ס'איז א פראבלעם

אבער פאר דעם

קומט מען אראפ אויף דער וועלט

זיינע אויגן גלאנצן

און טאנצן

דערציילנדיג זיין סוד'ל

דערמאנען זיך טו-איך

מיין משגיח

דער באקאנטער ר' גד'ל

ער פלעגט איינזייען

און שרייען

אז אין לעבן דאס הארץ אמאל קרענקט

דער בורא וועט געבן

א נסיון אין לעבן

קינדערלעך מיינע, געדענקט

די גאנצע תכלית פארוואס מען קומט אויף דער וועלט

איז פאר איין שווערע נסיון צו ווערן געשטעלט

אין די איין רגע איין

וועט עטס דארפן מחליט זיין

אויב מען וויל זיך פארלירן

אדער דאס בייצושטיין

היינט האט מען מיר אויסגעקליבן פון הימל צו זען

לאמיר אויסזעקלן יעקל'ן, און וואס וועט געשען

א ריזן פארלוסט האב איך

אבער איך האב באשלאסן ביי מיך

פארלירן געלט, אבער נישט פארלירן.... זיך

נסיון! נסיון! נסיון! איך בין שטערקער ווי דיך

אהא! זאגט דער מנהל

איר זענט א יוצא מן הכלל

דעם פולסטן הסכמה איך גיב-עס

די טיר ווערט פארקלאפט

שטיין דארט ער בלייבט

זיינע אויגן ער רייבט

מיט רגש וואס טרייבט

מיט עהרע געזאפט

יעצט האט ער זיך געכאפט

פארוואס מלמדים הייסן רבי'ס

2 - Yakel Melamed (05:26)
:
:
Click to see song lyrics

וואו איך טרעט און טרעט

וואו איך גיי און גיי

הערן איך דעם געבעט

אזש מיינע אויערן טוען וויי

פון קליינע מענטשן

וואס ליגן אונטער מיר

קליינע מענטשן

ווי איך און דיר

איך זע דעם טאטען מען שלעפט אוועק

איך זע דער בחור'ל וואס ווערט פארברענט

איך זע די שוועסטער וואס כאפט שלעק

איך זע די מאמע מיט די בעיבי אין די הענט

קליינע מענטשן

וואס ליגן אונטער מיר

קליינע מענטשן

ווי איך און דיר

קליינע מענטשן, וועם קיינער וועט שוין קיינמאל מער נישט קענען

קליינע מענטשן, וועם קיינער ווייסט נישט ווער און וואו זיי זענען

נשמות אומשולדיג ריין

אונטער אן אנדענק-שטיין

קיין נאמען, קיין בילד, קיין זכר פון ענקער חן

און איך וויין

ארץ, ארץ אל תכסי דמם, טו נישט פארדעקן

לאז די ביינער זיך ארויסשטעקן

ביז זיי וועלן זיך אויפוועקן

אונזער פארגאנגענהייט

עס וויינט, עס בענקט, און שרייט

טויב קען מען ווערן פון דעם וועלט'ס העכסטע שטילקייט

איך ווייס נישט וויאזוי דו הייסט

און איך ווייס נישט פון וואנען דו קומסט

איך ווייס נאר, וואו דו גייסט

און איך הער ווי ביטערליך דו ברומסט

קליינע מענטשן

וואס ליגן אונטער מיר

קליינע מענטשן

ווי איך און דיר

ס'איז נישט זיי. ס'איז מיך

ס'איז יעצט. נישט אמאל

ס'איז נישט ברילן, ציין, און שיך

נאר ס'איז כלל ישראל

קליינע מענטשן

וואס ליגן אונטער מיר

קליינע מענטשן

ווי איך און דיר

קליינע מענטשן, וועם קיינער וועט שוין קיינמאל מער נישט קענען

קליינע מענטשן, וועם קיינער ווייסט נישט ווער און וואו זיי זענען

נשמות אומשולדיג ריין

אונטער אן אנדענק-שטיין

קיין נאמען, קיין בילד, קיין זכר פון ענקער חן

און איך וויין

ארץ, ארץ אל תכסי דמם, טו נישט פארדעקן

לאז די ביינער זיך ארויסשטעקן

ביז זיי וועלן זיך אויפוועקן

אונזער פארגאנגענהייט

עס וויינט, עס בענקט, און שרייט

טויב קען מען ווערן פון דעם וועלט'ס העכסטע שטילקייט

ביינער, ציינער, אנדענק שטיינער

פון מיליאנען אן קיין נעמען

פרעגן, דערוועגן, אזוי ווי מיר פלעגן

שוין כמעט נישטא היינט פון וועמען

די שלעכטן, אומרעכטן, וואס פאסירט האט נעכטן

געוואלט זיי אויך פארברענען

די לעצטע, געשעצטע, אלט-געזעצטע

אוי הוי וואס געדענקן דעם גיהנם'ן

די קליינע מענטשן וועם קיינער וועט שוין מער

(קיינמאל מער)

קיינמאל מער נישט קענען

3 - Shtilkeit (06:57)
:
:
Click to see song lyrics

אנשים כמלאכים

די פשוט'ע אנכי עמכם

וואס זענען מיט די העכערע דרכים

למעלה מעשרה טפחים

קיין גביר, קיין רב, קיין חכם

אנטלויפט פון לויב און שבחים

א דוגמא פון בני מלכים

אשר בחר בכם

געזען האב איך א איד וואס וויל אן אתרוג זיך פארזארגן

ער קומט צו צו מיר און פרעגט אויב געלט איך קען אים בארגן

איך גיב אים הונדערט דאלער אזוי זאגנדיג

קויף דיר אן אתרוג, פאר יום-טוב דיר א גליק

צוויי שעה גייט אריבער ער קלאפט מיר אויפ'ן טיר

צוויי א האלב דאלער ער קערט צוריק פאר מיר

געגעבן האסט מיר הונדערט, אן אתרוג זאל מיר זיין

דא האסטו די רעשטע, ווייל דאס איז שוין נישט מיין

א צווייטער איד דערציילט, ביי מיין טאטע אין געשעפט

א גנב מיט א מעסער נעמט דארט וואס ער טרעפט

צירונגען, דימאנטן, אויף 47 סטריט

יענע נאכט קלינגט אים א פרעמדער, רייכער איד

איך האב געטון א שידוך, גיב מיר וואס דו האסט

גענומען וואס ס'איז דא, און א טשעק איבערגעלאזט

מיין טאטע כאפט זיך שפעטער, קיין קינדער יענער האט

געוואלט נאר אים מפרנס זיין בדרך כבוד

אנשים כמלאכים

די פשוט'ע אנכי עמכם

וואס זענען מיט די העכערע דרכים

למעלה מעשרה טפחים

קיין גביר, קיין רב, קיין חכם

אנטלויפט פון לויב און שבחים

א דוגמא פון בני מלכים

אשר בחר בכם

אין מיין געשעפט פון זילבער קומט א איד פון גאס

ער ווייזט מיר אויף א לייכטער און פרעגט מיר אויף די פרייז

געווען איז דארט פארנומען, איך האב ניטאמאל געקוקט

עהה, פינף-טויזנט דאללער, איך ענטפער שנעל צוריק

ער לייגט אראפ דאס געלט און זאגט צו מיר איך נעם-עס

איך וויל עס אים איינפאקן, און איך זעה דעם אמת

די לייכטער איז דאך ווערד צוואנציג-טויזנט מער

איך גיב עס אהין, כאטש ס'ביטער שווער

א ווארט איז א ווארט, די טעות איז אויף מיר

די נעקסטע אינדערפרי, אבער, דער קונה ווארט ביים טיר

נעכטן ביים פארקויפן די לייכטער פונעם שענקל

האב איך באמערקט אויף דיר א קליינע קווענקל

א טעות מיט דער פרייז? איך באצאל דיר שוין זאפארט

איך שריי אבער ניין, מיין ווארט איז א ווארט

דער קונה שרייט איך וויל געבן

דער מוכר שרייט איך וויל נישט נעמען

דער שרייט נעם און דער שרייט ניין

צו קען דער איינער שאצן, וועלכע פון די צוויי קליינע זענען גרעסער

מחלוקת אזאלכע מאכט די וועלט פיל בעסער

אנשים כמלאכים

די פשוט'ע אנכי עמכם

וואס זענען מיט די העכערע דרכים

למעלה מעשרה טפחים

קיין גביר, קיין רב, קיין חכם

אנטלויפט פון לויב און שבחים

א דוגמא פון בני מלכים

אשר בחר בכם

איך מוטשע זיך שוין וואכן, נישט טרעפנדיג קיין דזשאב

איך בין ביטערליך פארשעמט, און איך רעד איין פאר מיין ווייב

איך ארבעט דארט און דארט, אזויפיל געלט מען מאכט

ארויס בין איך צופרי און אהיים בין איך ביינאכט

אריבער א וואך צוויי, ס'דארף אנהייבן שטימען

זי פרעגט ווי קען זיין? קיין טשעק איז נישט געקומען

איך שטעל אן א פנים ווי איך ווייס אויך נישט פארוואס

זי הייבט אויף א טעלעפאן און רופט אן מיין בעל הבית

איך הייס אזוי און אזוי, מיין מאן ארבעט ביי אייך

באצאלט אבער האט איר אים נאכנישט פאר זיין פאך

ער זאגט איך פארשטיי נישט, איך ווייס נישט וואס איר רעדט

פאררעכטן דעם טעות שוין יעצט מ'וועט

ער ארבעט זייער פיין, איר האט א גוטן מאן

איך שיק שוין ארויס דעם טשעק, באזארגט זאלט איר נישט זיין

אפאר שעה שפעטער זעה איך ווי ער קלינגט מיר אריין

ער לאזט מיר א מעסעדזש, די פאזיציע איז דיין

אנשים כמלאכים

די פשוט'ע אנכי עמכם

וואס זענען מיט די העכערע דרכים

למעלה מעשרה טפחים

אה, וואס פאר א כלל ישראל

אנשים, מלאכים

אשר בחר בכם

4 - Anushim Kemaluchim (04:55)
:
:
Click to see song lyrics

עוד יהיה זמן

עוד יהיה זמן

שמי שיהיה איש כשר ופשוט

עוד יהיה זמן

עוד יהיה זמן

שמי שיהיה איש כשר ופשוט

יהיה חידוש גדול

כמו הבעל שם טוב

חידוש גדול

כמו הבעל שם טוב

הייליגער בעל שם טוב

רבי ישראל בעל שם טוב

הייליגער בעל שם טוב

כלל ישראל בעלי שם טוב

עוד יהיה זמן

עוד יהיה זמן

שמי שיהיה איש כשר ופשוט

עוד יהיה זמן

א צייט וועט נאך

שמי שיהיה איש כשר ופשוט

יהיה חידוש גדול

כמו הבעל שם טוב

חידוש גדול

כמו הבעל שם טוב

הייליגער בעל שם טוב

רבי ישראל בעל שם טוב

הייליגער בעל שם טוב

כלל ישראל בעלי שם טוב

לא בלשון גוזמא והפלגה אמר זאת

כי באמת

כן הוא

יהיה חידוש גדול

כמו הבעל שם טוב

חידוש גדול

כמו הבעל שם טוב

הייליגער בעל שם טוב

רבי ישראל בעל שם טוב

הייליגער בעל שם טוב

א כלל ישראל בעלי שם טוב

5 - Baal Shem Tov (05:02)
:
:
Click to see song lyrics

ותן שכר טוב

לכל הבוטחים

הבוטחים בשמך באמת

ותן שכר טוב

לכל הבוטחים

הבוטחים בשמך באמת

ותן שכר טוב

לכל הבוטחים

הבוטחים בשמך באמת

ותן שכר טוב

לכל הבוטחים

הבוטחים בשמך באמת

ושים חלקנו עמהם

ׂזיין אזוי ווי זיי

ושים חלקנו עמהם

אידעלעך געטריי

ולעולם לא נבוש כי בך בטחנו

ושים חלקנו עמהם

איך וויל זיין הייליג

ושים חלקנו עמהם

איך וויל זיין א חלק

על(אלע) הצַדיקים

על(אלע) החסידים

ועל זקני

זיין אזוי ווי זיי

ושים חלקנו עמהם

איך וויל זיין הייליג

ושים חלקנו עמהם

איך וויל זיין א חלק

על(אלע) הצַדיקים

על(אלע) החסידים

ועל זקני

זיין אזוי ווי זיי

ותן שכר טוב

לכל הבוטחים

הבוטחים בשמך באמת

ותן שכר טוב

לכל הבוטחים

הבוטחים בשמך באמת

ותן שכר טוב

לכל הבוטחים

הבוטחים בשמך באמת

ותן שכר טוב

לכל הבוטחים

הבוטחים בשמך באמת

ושים חלקנו עמהם

מיט זינגען מיט זיי

ושים חלקנו עמהם

אידעלעך געטריי

ולעולם לא נבוש כי בך בטחנו

ושים חלקנו עמהם

איך וויל זיין הייליג

ושים חלקנו עמהם

איך וויל זיין א חלק

ַעל(אלע) הצַדיקים

ַעל(אלע) החסידים

ועל זקני

זיין אזוי ווי זיי

ושים חלקנו עמהם

איך וויל זיין הייליג

ושים חלקנו עמהם

איך וויל זיין א חלק

על(אלע) הצַדיקים

על(אלע) החסידים

ועל זקני

זיין אזוי ווי זיי

6 - Vesim Chelkeinu (03:44)
:
:
Click to see song lyrics

ער האט זיך געיאגט

זיין טאכטער ער טראגט

צום דאקטאר ער זאל איר כימא געבן

זי זיצט נעבן אים

און טאקע פארדעם

דרייווט ער שנעל צו שיצן איר לעבן

באמערקט נישט אז פארנט פון אים, א באס שטעלט זיך אפ

און קליינע קינדער קומען פון חדר אראפ

ער פארט אריין מיט שנעלקייט, זיך נישט געכאפט

און א קליינע אינגעלע אראפגעקלאפט

א צער א טאטאלע

די געוויין פון אלע

וואס טוען די מיטה באגלייטן

א פאליציי אפיציר

קלאפט אויפ'ן טיר

פון דרייווער, און בינדט אים אין קייטן

ער ווערט ארעסטירט אויף מערדעריי

די גאנצע גאס פון פענסטער קוקן זיי

די טאכטער זיינע קען נישט קומען צו זיך

מיין טאטע איז שולדיג, וועגן מיך

עס קומט אן די זמן

מען ברענגט אים אריין

אין געריכט-הויז, מיט די תפיסה קליידער

זיצט דארט יעדער צוזאמען

אויך די טאטען און מאמען

וואס האבן פארלוירן זייער קינד נאך חדר

זייערע אויגן רויט פון שלאפלאזע נעכט

יעצט קומט א פסק געאורטיילט מיט רעכט

דער שופט גייט דעם מערדער אט אנקלאגן

אבער דער טאטע פונעם אינגעלע וויל עפעס זאגן

די ווענט וויינען מיט

דער טאטע ער טוט

אויסשרייען זיין טיפע קלעמעניש

וואס האסטו געטון

צוגענומען מיין זון

צו א פלאץ פון וואו צוריקברענגען קען-מען-נישט

ער שרייט מיט טרערן: שופט הער מיך אויס

איך בעט דיך, לאז אים ארויס

וואספארא טובה וועט זיין פאר מיין קינד'ס נשמה

אז איך שיק א מענטש אין תפיסה בלויז פאר נקמה

עס ברענגט נישט צוריק מיין קינד פונדערווייטן

פונקט ווי איך דארף מיין קינד, דארף א קינד איר טאטן

גענוג אז איין שטוב איז צובראכן, וואס דארף מען צוויי

איך בעט דיך שופט, לאז אים פריי

נאס זענען אלע געזיכטער

אפילו דער ריכטער

פארווישט א טרער וואס פאלט אומגעבעטן

די טאטעס גיבן זיך די הענט

עס וויינען די ווענט

דער נאסער שופט טוט אויפטרעטן

איך בין א איד, און איך וועל זיך צום וועג אומקערן

ווייל איך האב נאך אזא ותרנות קיינמאל געזען

זיי מיר אויך מוחל, טאטע, בעט ער מיט טרערן

אזויווי דער טאטע האט מוחל געווען

7 - Mochel (05:07)
:
:
Click to see song lyrics

טאג און נאכט מ'זעט זיי לויפן

אויף אזא געטרייע אופן

וויליג אין יעדע שוועריגקייט

קיינער בעט-נישט

קיינער הייסט-נישט

קיינער זעט-נישט

קיינער ווייסט-נישט

דאך אין פייער מען גייט

די הצלה וואלאנטירן

ווען נאר עפעס טוט פאסירן

גייען זיי ארויס פון אייגן וועג

אויכעט שומרים און שמירה

מיט די וואלאנטירן אירע

פיר און צוואנציג שעה און זיבן טעג

וואלאנטירן אן קיין נעמען

העלפן אידן אין פראבלעמען

פרעגן נישט ווען און ווער

עסקנים און בעלי חסדים

שיצן אידן פון פחדים

בלויז ווייל א איד גייט שווער

נישט פאר געלט, נישט קיין דאנק

נישט פאר כבוד און געזאנג

דאך זיי לויפן איבעראל

ווען איך זעה זיי קומען גייען

הער איך ווי די לעמפלעך שרייען

מי כעמך ישראל

קליינע גרויסע מענטשן

מיט וועם גאט האט געטון אונז בענטשן

די וואלאנטירן

וואס טוען מארשירן

הארציג באצירן אונזער וועלט

קליינע גרויסע מענטשן

לאמיר זיי דאנקן און בענטשן

מיט פולן אחריות

אידן געטריי-איז

יעדער פון זיי-איז דאך א העלד

טראגן ברענגן פאסאנדזשירן

טוען חסד וואלאנטירן

אן וויסן ניטאמאל ווער יענער איז

וואלאנטירן פון חברים

לויפן אן קיין שום הסברים

מאכן דיר נאך שפירן אז ער מוז

טאנצערס קומען שפרינגען

פון מקימי קומט מען זינגען

אלעס אן זיין מקבל פרס

דער פילט אן דעם ביקור חולים

עסן טרינקען פארן עולם

ווער דאס איז, ווייסט קיינער אין גאס

וואלאנטירן אן קיין נעמען

העלפן אידן אין פראבלעמען

גיבן אויף דעם זיך אליין

טראגן, ברענגן, שלעפן, פירן

זארגן, פרעגן, אינטערסירן

כאטש זיי קענען רואיג זאגן ניין

דער גייט וואשן, דער גייט קאכן

דער פאררעכט וואס איז צובראכן

שטילערהייט העלפט א אידיש הויז

דער א מנין ביי א קבורה

אייגן רצון און בחירה

וויאזוי איך הייס? מאכט נישט אויס

די קליינע גרויסע מענטשן

מיט וועם גאט האט געטון אונז בענטשן

די וואלאנטירן

וואס טוען מארשירן

הארציג באצירן אונזער וועלט

קליינע גרויסע מענטשן

אן קיין פאמפע, גערודער און עטענשאן

מיט פולן אחריות

אידן געטריי-איז

יעדער פון זיי-איז דאך א העלד

ס'איז דא אזוי פיל ארגאניזאציעס פון א ביז ת

א-ויסגעלאזט

ב-לי

ג-וזמא

ד-אונארס

ה-עלפערס

ו-ויזיטארס

ז-וכן פארלוירענע מענטשן

ח-תונה מאכן אנדערע

ט-וערס

י-ועצים

כ-ל מיני

ל-ייסטונגען

מ-תן בסתר

נ-ירן טרענספלענט'ס

ס-עודות שבת ויו"ט

ע-צות

פ-דיון שבוים

צ-דקות

ק-שרים

ר-פואות

ש-פיטעלער

ת-פיסות

קליינע גרויסע מענטשן

קליינע גרויסע מענטשן

אזוי פיל

קליינע גרויסע מענטשן

מיט וועם גאט האט געטון אונז בענטשן

די וואלאנטירן

וואס טוען מארשירן

הארציג באצירן אונזער וועלט

קליינע גרויסע מענטשן

לאמיר זיי דאנקן און בענטשן

מיט פולן אחריות

אידן געטריי-איז

יעדער פון זיי-איז דאך א העלד

8 - Volunteers (04:09)
:
:
Click to see song lyrics

מיט פאדעם און נאדל די קנעפעלעך באהעפט

זיצט ביים אלטן מאשינדל

אין לאוער מאנהעטן איז זיין געשעפט

פון אונזער סוחר ר' זונדל

קוים פרנסה פון דעם ער טרעפט

עס קלעקט אויף ברויט און רינדל

מיט חובות גרויס איז פול די העפט

פון אונזער סוחר ר' זונדל

א שטילער איד פון זיך גארנישט מאכט

קליינווארדיין איז זיין שורש

פון טאטע, מאמע, ברידערלעך אכט

געבליבן דער איינציגער יורש

מענגעלע זעט א בחור'ל עכט

פיפיג ארויס פון חדר

Ich kann dich benutzen געשיקט אויף רעכט

נייען נאצישע קליידער

אריבער דעם ים צו דעם גאלדענעם לאנד

א לעבן וואו אלעס איז גוט

קלייבט אויס אן ארבעט וואס אים איז באקאנט

די פאך פון קלייד און שניט

ער פלאגט זיך גאר שווער, דאך ער זעט נעבעך שאדנס

פארט ביים דאווענען פארגעסט פון די שטאפן

ער שלעפט ער שבת אראפ זיינע לאדנס

כאטש יעדער האלט עס אפן

מיט פאדעם און נאדל די קנעפעלעך באהעפט

זיצט ביים אלטן מאשינדל

אין לאוער מאנהעטן איז זיין געשעפט

פון אונזער סוחר ר' זונדל

א שמייכל, א רואיגקייט, ביי אים מען טרעפט

און אזוי איז ער מגדל זיין געזונדל

מיט תמימות גרויס איז פול די העפט

פון אונזער סוחר ר' זונדל

איין גרינעם דינסטאג ביי מנחה ער דאווענט אין זיין

סידור דעם אלטן דעם געלער

אין שול ערשיינט א רעגירונג'ס מאן

און זוכט אויף זונדל דער טעילאר

לויף צום געשעפט, עפן אויף דיין טיר

מיין אויבערהאר וויל מיט אייך שמועסן

דרינגענד וויל ער א מקח מיט דיר

אויף מיליטערישע בגדים שליסן

ר' זונדל ער ווייזט אים אהא, נא נא

דו זעסט נישט איך האלט אינמיטן דאווענען

איך וועל זיין אין געשעפט ביז א האלבע שעה

געשעפטן, דאן, וועל איך פראווענען

צעמישט און געפלעפט גיבט דער מאן צו פארשטיין

אן אפפ'ער איינמאל אין הונדערט דורות

איר קענט שליסן א מקח מיט אמעריקע אליין

ר' זונדל ענטפערט אים נא, נא... פיטום הקטורת

ר' איד, דאס איז נישט קיין קינדערשפיל

איר קענט אלע חובות אפווישן

איך פרעג אייך נאך איינמאל, צי ווילט איר דעם דיעל

אדער גיי איך צו א קאמפאטישן

ס'אן אוצר פון געלט, צי פארשטייט איר דעם פאקט

טוט דער מאן נאך איינמאל באטאנען

איר ווארפט אוועק א רעגירונג'ס קאנטראקט

מ'רעדט דא פון שווערע מיליאנען

ר' זונדל ער ווייזט אים אהא, נא נא

אין בין אין מיינע תפילות מכוון-יעצט

אשרי יושבי ביתך

אין געשעפט גיי איך באלד. איך דאווען יעצט

שמונה עשרה ער טרעט

ער ענדיגט זיין געבעט

און רואיג אין געשעפט ער גייט צוריק

נא מענדי,מענדי מענדי

דא ענדיגט זיך די... דאס איז די מעשה

מיט פאדעם און נאדל די קנעפעלעך באהעפט

זיצט נאכאלץ ביים אלטן מאשינד'ל

א שיינענדער גלאנץ אין די אויגן מען טרעפט

פון אונזער סוחר ר' זונדל

9 - Reb Zundel (04:14)
:
:
Click to see song lyrics

איך ווייס אז איך בין אנדערש איך זעה ווי דו קוקסט מיך אן

איך ווייס איך בין באגרעניצט און איך קען נישט אלעס טאן

מיר זענען אבער די זעלבע נאך סאך מער ווי דו מיינסט

קוק אריין אין מיינע אויגן און זאג מיר וואס דו ליינסט

איך האב פונקט ווי דיר א נשמה אריינגעשטעלט אין פלייש און הויט

נאטורן מיט געפילן, און מיין בלוט-קאליר איז רויט

איך האב חלומות. איך האב רצונות. איך שפיר ווייטאג און אויך גליק

מיר זענען נישט צופיל אנדערש. הער מיך אויס און קוק

איך בין פרייליך ווען ס'איז גוט, און איך וויין ווען ס'טוט וויי

איך האב ליב א הייסן שאטן, און אויך שפילן אין די שניי

איך האב ליב צו הערן זינגען, און איך גלייך א קאמפלימענט

און איך שפיר זיך פארזיכערט ווען מען כאפט אן מיינע הענט

איך האב אזויפיל וואס צו זאגן, און נאך א לאנגן וועג צו גיין

איך זוך שוץ און רואיגקייט. איך וויל נישט זיין אליין

עס קלאפט אין מיר א הארצעלע, וואס גייט אויס מען זאל עס פארשטיין

צי זענען מיר צופיל אנדערש? איך מיין, אז ניין

נעקסטע מאל דו זעסט מיך, מיטן חסרון וואס איך בין געבענטשט

קוק מיך אן די זעלבע ווי דו קוקסט אן יעדע מענטש

הער מיך אויס, און רעד צו מיר, כאטש ס'איז שווער צו פארשטיין מיין שפראך

און לערן אויס דיינע קינדער צו טוהן די זעלבע זאך

נאך פריינדשאפט און אייניגקייט, מיר לעכצן אלע נאך דעם

רוף מיך ביי מיין נאמען און נישט ביי מיין פראבלעם

ווייל קיין חילוק מיינע מניעות, מיין פארשטאנד, און מיין אויסדרוק

מיר זענען נישט צופיל אנדערש. הער מיך אויס און קוק

מיר אלע שמייכלען ווען ס'איז גוט. און מיר וויינען ווען ס'טוט וויי

מיר האבן ליב א הייסן שאטן, און אויך שפילן אין די שניי

מיר האבן ליב צו הערן זינגען, און מיר גלייכן א קאמפלימענט

און מיר שפירן פארזיכערט ווען מען כאפט אונז אן די הענט

מיר האבן אזויפיל וואס צו זאגן, און נאך א לאנגן וועג צו גיין

מיר זוכן שוץ און רואיגקייט. קיינער וויל נישט זיין אליין

עס קלאפט אין אונז א הארצעלע, מיר גייען אויס מען זאל עס פארשטיין

צי זענען מיר צופיל אנדערש? איך מיין, אז ניין

צי זענען מיר דען צופיל אנדערש? איך ווייס אז ניין

10 - Andersh (05:04)
:
:
Click to see song lyrics

איך פאר דארט אינדערווייטן

צו די פופציג שטאטן

שאפן געלט לשמחת בני

געווען איין קורצן פרייטאג

דער שבת איז פרי-צייטיג

מיין קאר געבליבן שטעקן ערגעצוואו

א פרעמדע געגנט איז-עס

איך זוך עפעס מזוזות

א אידיש הויז וואו איינשטיין דארטן קען-מען

מיט מיין רענצל, מיינע זאכענעס

טרעף איך דארט א מכניס

אורח, וואס ער טוט מיך שיין אויפנעמען

ער ווייזט מיר אבער שנעל

געקלינגען שוין דעם בעל

איך גיי שוין אין שול, איז זיין קלאגע

איך צינד מיין שבת פלאמ'ל

איך טוה שנעל אן מיין שטריימל

מיטן גאנצן ירושלמי'דיגן טראגע

מיטן זאקן, קאפל ווייס

מיטן קאפטן איך גיי אין גאס

יעדער גיבט מיר שלום מיט די האנט

און שול איך זיץ ביים עק

און מען שיקט מיך גלייך אוועק

א צדיק דארף דאך זיצן אויבן ביי דעם מזרח וואנט

מנוחה ושמחה

א גרויסע גאסט מיר האבן דא

אור ליהודים

ליכטיג איבעראל

שומריו וזוכריו

סימן טוב ומזל טוב

המה מעידים

ישועות אן א צאל

ס'איז א טעות בעלמא

כ'בין א פשוט'ער ירושלמי

וואס זאמלען אפאר טאלער דא איך פרואוו-עס

אבער ווי מער איך טו זיי ראטן

אז אנכי הקטן

ווערן זיי מער קראנק פאר מיין עניוות

איך וועל מודה זיין און שטימען

איך האב גראדע ליב באקומען

דעם כבוד וואס פאר מיר דא אין שטאט-איז

כדי זיך נישט צו שפירן שלעכט

האב איך געטראכט מיט רעכט

אז אפשר איז דאס גאר השגחה פרטית

דא געבליבן שטעקן

ווי א צדיק זיך אנטפלעקן

מקיים בין איך לחשוב חשבונות

זיך לאזן פון די טיטלען

דערנאך וועט קומען קוויטלען

וואס דאס קומט דאך אינאיינעם מיט פדיונות

איי... איך צעפלאם זיך ווי א פייער

מיט א מלאכ'דיגן שלייער

ביז פארטאג'ס א קה אכסוף נועם

איך האב גע'דרש'נט און גע'חידוש'ט

געפראוועט און גע'קידוש'ט

געפירט א שלש סעודות ביזן זמן רבינו-תם

מנוחה ושמחה

א גרויסע גאסט מיר האבן דא

אור ליהודים

ליכטיג איבעראל

שומריו וזוכריו

סימן טוב ומזל טוב

המה מעידים

ישועות אן א צאל

א גיט וואך, א גיט וואך

א גיט וואך, א מזל וואך

במוצאי יום מנוחה

אינדרויסן א בהלה

תיכף נאך הבדלה

אין גאנצן געגנט טוט מיין נאמען שמ'ן

קומען אידן מיט משפחות

נאך עצות און הדרכות

פריוואטע אודיענצן זיי אויפנעמען

א מלוה מלכה א וואש

נאר פאר די מיט א טאש

איך זינג און טאנץ, און גיב אויך כוס של ברכה

ביז אינמיטן די נאכט

דארטן פארבראכט

און איך באדאנק זיך פאר די העפליכע משפחה

איך שטיי שוין ביי די טיר

דער בעל אכסניא קמט צו מיר

מיטן אשת חיל און א קינד

זי פלאצט אין א געוויין

אונזער קינד איז זייער קליין

און איז לעצטענס זייער נישט געזונט

פאר א יעדן, ברכות טיילסט

דו בעטסט, בענטשט, און היילסט

און דא איר פאקט זיך שוין די פעק

וואו גייט איר ארויס

רבי, היילטס אים אויס

און מיין הארץ פאלט צוזאם פון שרעק

צעלאזט ווערט מיין רחמנות

א קינד מיט שווערע סכנות

ווי קען איך היילן מיט מיין פורים-שטיק

ווען איך ווייס דאך אזויפיל

איך האב בלויז געשפילט א שפיל

איך האב איבערגעצויגן שוין דעם שטריק

איך מאך צו מיינע אויגן

איבער'ן קינד געבויגן

אוי באשעפער, וואס האב איך געטון

איך בעט דיך טאטע טייערע

צורייס זיי די גזירה

אויב נישט פאר מיר, טו עס פאר מיין זוהן

איך האב עס אמת'דיג געמיינט

איך האב באמת מיטגעוויינט

א גאנצע רפואה, כ'זאג אייך צו

און ווי נאר די נאכט פאלט אונטער

א שטערקערער געזונטער קינד וועקט זיך אויף אינדערפרי

אן אמת'ע געוויין

א תפילה עכט און ריין

קיין חילוק וויאזוי, ווער און ווען

איז העכער אלע וויצן

אויסהיילן און באשיצן

זיך אליין, און יענעם, עס קען

מנוחה ושמחה

א ישועה מיר האבן דא

אור ליהודים

ליכטיג איבעראל

שומריו וזוכריו

סימן טוב ומזל טוב

המה מעידים

ישועות אן א צאל

11 - Poel Yeshuos (05:18)
:
:
Click to see song lyrics

בא יבוא משיח צדקינו

בדור שפל מאוד

שפל שפל מאוד

בא יבוא משיח צדקינו

בדור שפל מאוד

שפל שפל מאוד

בא יבוא משיח צדקינו

טאקע ווייל מיר זענען קליין

קען משיח שוין קומען צו גיין

ברענגן פאר אונז שמחה און מנוחה

טאקע ווייל מיר זענען קליין

קען משיח שוין קומען צו גיין

מיר האלטן שוין בעקבתא דמשיחא

בא יבוא משיח צדקינו

בדור שפל מאוד

שפל שפל מאוד

בא יבוא משיח צדקינו

בדור שפל מאוד

שפל שפל מאוד

בא יבוא משיח צדקינו

טאקע ווייל מיר זענען קליין

קען משיח שוין קומען צו גיין

ברענגן פאר אונז שמחה און מנוחה

טאקע ווייל מיר זענען קליין

וועט משיח שוין קומען צו גיין

מיר האלטן שוין יודעלע בעקבתא דמשיחא

טאקע ווייל מיר זענען קליין

קען משיח שוין קומען צו גיין

ברענגן אונז נענטער צו קודשא בריך הוא

טאקע ווייל מיר זענען קליין

קען משיח שוין קומען צו גיין

מיר האלטן שוין בעקבתא דמשיחא

12 - Ikvesa Dimshicha (05:21)
:
:
USB Memory +